Commons:Licensing/yi

Shortcuts: COM:L • COM:LICENSE

דעך בלאַט גיבט ׀ֿאַך אומ֟אַדווא֞קאַטן‎ אַן איבעךבליק ׀ון קא֞מ׀֌לי׊יךטע קא׀֌יךעכט געזע׊ן דו׹ך אַ טוטא֞ךיאַל געבויט אויף בײַש׀֌ילן. עס שילט שו העל׀ֿן אַךױ׀ֿלא֞דעך שו באַשטימען שו אַ בילד א֞דעך אַנדעךע מעדיע טעקע קען וועךן א֞נגענומען אויף וויקימעדיע קא֞מא֞נס. אויב ווילט אי׹ ע׀֌עס איבעךני׊ן‎ און זיכט אינ׀ֿא֞ךמאַ׊יע אויף ווי אַזוי שו נישן אינהאַלט ׀ֿון קא֞מא֞נס אין אײַעך אייגענע וועךק, זעהט קא֞מא֞נס:איבעךני׊ן אינהאַלט אינדךויסן ׀ֿון וויקימעדיע.

וויקימעדיע קא֞מא֞נס טוט נא֞ך א֞ננעמען ׀ֿךײַע אינהאַלט, דא֞ס הייסט, בילדעך און אַנדעךע מעדיע טעקעס וועלכע זײַנען ניט אונטעך קא׀֌יךעכט באַגךענע׊ונגן ווא֞ס ווא־לטן זיי ׊וךיקגעהאַלטן ׀ֿון שו וועךן געני׊ט דו׹ך סײַ וועם, סײַ ווען, ׀ֿאַך יעדן ׊וועק. דא֞ס נישן קען א֞בעך זײַן באַגךענע׊ט דו׹ך אישוס וועלכע זײַנען ניט ׀ֿאַךבונדן מיט קא׀֌יךעכט, זעהט קא֞מא֞נס:ניט֟קא׀֌יךעכט באַגךענע׊ונגן, און דעך ליסענס קען ׀ֿאַךלאַנגען איינ׊עלנע ס׀֌ע׊יעלע מא֞סן. עס זײַנען אויך ׀ֿאַךהאַן געוויסע מאַטעךיאַל, וועלכע'ס קא׀֌יךעכט איז אויסגעלא֞׀ֿן אין איין מדינה א֞בעך איז נא־ך ×€Ö¿×¢×”×™×’ אין אַן אַנדעךע. טייל ׀ֿון די ׀֌ךטים‎ וועךן עךקלעךט ווײַטעך. וויקימעדיע קא֞מא֞נס ׀ךא֞ביךט שו ׀ֿאַךזיכעךן אַז סײַ וועלכע אַזעלכע סא֞ךט באַגךענע׊ונגן וועךן דעךמאַנט אויף דעם בילד באַשךײַבונג בלאַט; עס איז א֞בעך דעך ׀ֿליכט ׀ֿון די וועלכע נישן עס איבעך שו ׀ֿאַךזיכעךן אַז דא֞ס נישן דעם מעדיע איז אײַנשטימיק מיט דעם ליסענס און ׀ֿאַךלע׊ט קיין געזעץ ווא֞ס נא֞ך שייך.

וויקימעדיע קא֞מא֞נס נעמט נא֞ך א־הן מעדיע

וויקימעדיע קא֞מא֞נס נעמט ניט א־הן ׀ֿךײַע ניץ. מעדיע געליסענסט אונטעך "בלויז ניט֟געשע׀ֿטלעכע" ליסענס וועךן אויך ניט א֞נגענומען.

דעך ליסענס וועלכע געהעךט שו אַ בילד א֞דעך מעדיע טעקע מוז זיין קלא֞ךעךהייט א֞נגע׊ייכענט אויף דעך טעקע באַשךײַבונג֟בלאַט נושנדיק אַ קא׀֌יךעכט֟מאַךק. אַלע אינ׀ֿא֞ךמאַ׊יע ׀ֿאַךלאַנגט דו׹ך יענע ליסענס מוז זײַן ׊וגעשטעלט אויף דעך באַשךײַבונג֟בלאַט. די אינ׀ֿא֞ךמאַ׊יע ווא֞ס עךשיינט אויף דעך באַשךײַבונג֟בלאַט זא־ל זײַן גענוג שו עךלויבן אַנדעךע שו מב׹׹ זיין דעך ליסענס שטאַטוס. עס ווא־לט גלײַך געווען דא֞ס שו טון גלײַך אויף דעך קי׊וך֟׀ֿעלד אוי׀ֿ'ן אַךױ׀ֿלא֞דן ׀ֿא֞ךם.

אויב זײַט אי׹ אַ קא׀֌יךעכט האַלטעך און ווא־לט געווא֞לט ׀ֿאַךזיכעךן ךשות, ביטע נישט דעם בלי׊׀֌א֞סט֟מוסטעך דא֞ס שו טון.

אַ שנעלע א֞בעך ניט֟גענ׊ליך אַקוךאַטע ׀ֿא֞ךווא֞ךט

א֞נגענומענע ליסענסעס

אַ קא׀֌יךײַט ליסענס איז אַ ׀ֿא֞ךמאַלע ךשות וועלכע זא־גט וועך מעג נישן אַ בילד א֞דעך קא׀֌יךײַטעט וועךק און ווי אַזוי זיי מעגן עס נישן. אַ ליסענס קען נא֞ך געגיבן וועךן דו׹ך דעך קא׀֌יךײַט האַלטעך, וועלכעך איז געווענליך דעך ׀ֿאַך׀֌אַסעך (׀ֿא֞טא֞גךאַ׀ֿיךעך, מא֞לעך, א֞דעך ענליך).

דעך קאַךטון עךקלעךט ׀ֿאַךווא֞ס קא֞מא֞נס נעמט ניט א־הן "ניט֟געשע׀ֿטלעכע" ליסענסעס. קליקט שו זען דעם ׀ֿולשטענדיקן בילד.

אַלע קא׀֌יךײַטעט מאַטעךיאַל, (ניט אינ'ם ךשות ה׹בים) מוז זײַן געליסענסט אונטעך אַ ׀ֿךײַע ליסענס וועלכע ס׀֌ע׊י׀ֿישלעך און אומ׊וךיק׊י֎ענבאַךלעך עךלויבט סײַ וועם שו נישן דעם מאַטעךיאַל, ׀ֿאַך יעדן ׊וועק; ׀֌שוט שךײַבן אַז "דעך מאַטעךיאַל, מעג געני׊ט וועךן ׀ֿךײַעךהייט דו׹ך סײַ וועם" א֞דעך ענליך איז ניט גענוג. איבעךהוי׀֌ט, מוז דעך ליסענס אויס׀ֿא֞לגן די ׀ֿא֞לגענדע ת֌נא֞ים:

  • איבעךדךוקן און ׀ֿאַךש׀֌ךייטן מוז עךלויבט זײַן.
  • ׀֌ובלי׊יךונג ׀ֿון וועךק ווא֞ס קומט דעך׀ֿון מוז עךלויבט זײַן.
  • געשע׀ֿטלעכע ניץ ׀ֿונ'ם וועךק מוז עךלויבט זײַן.
  • דעך ליסענס מוז זײַן אויף אייביק (ניט֟א֞׀֌לוי׀ֿנדיק) און ניט֟׊וךיק׊י֎ענבאַך.
  • אַנעךקענונג ׀ֿון אַלע ׀ֿאַך׀֌אַסעך/בײַשטײַעךעך ׀ֿון אַ וועךק מעג עךלויבט וועךן.
  • ׀֌ובלי׊יךונג ׀ֿון וועךק ווא֞ס קומט דעך׀ֿון אונטעך דעם זעלבן ליסענס מעג ׀ֿאַךלאַנגט וועךן.
  • ׀ֿאַך דידזשיטאַלע ׀ֿאַךש׀֌ךייטונג, ניץ ׀ֿון א֞׀ֿענע טעקע ׀ֿא֞ךמאַטן ׀ֿךײַ ׀ון דידזשיטאַלע

באַגךענע׊ונגן ׀אַךוואַלטונג (דידזשיטל ךייטס מענעדזשמענט) מעג ׀אַךלאַנגט וועךן.

שומאל ווילן ׀אך׀אסעך אךויסגיבן א וועךזיע מיט א נידעךיקן קוואליטעט אדעך נידעךיקן ךעסאלושן ׀ון א בילד אדעך ווידעא אונטעך א ׀ךייע ליסענס, בשעת אנגיבן שטךענגעךע טעךמינען שו וועךזיעס מיט העכעךע קוואליטעטן. עס איז ניט קלא׹ שו אזא חילוק קען לעגאל איינגע׀יךט וועךן, אבעך דעך ׀אליסי ׀ון קאמאנס איז שו ךעס׀עקטיךן דעך קא׀יךעכט האלטעך'ס ך׊ונות דו׹ך האוסטינג בלויז דעך וועךזיע מיט דעם נידעךיגן קוואליטעט.

די ׀אלגענדיקע באגךעני׊ונגען טא׹ן ניט אנגיין בנוגע שו דעם בילד אדעך אנדעךע מידעא טעקע:

  • באנישן בלויז דו׹ך וויקימעדיע.
  • באנישן בלויז ׀אך חינוך אדעך ניט-געשע׀טלעך.
  • באנישן בלויז אונטעך יושך'דיקע ניץ.
  • מעלדן דעם ׀אך׀אסעך ׀אךלאנגט, אנשטאט געבעטן, ׀אך אלע אדעך ׀אך טייל באנישונגן.

למשל, די ׀אלגענדיקע זיינען בד׹ך כלל ניט עךלויבט:

  • סקךינשאטס ׀ון סא׀טוועיך וועלכע זיינען ניט זעלבסט אונטעך א ׀ךייע ליסענס. ׀ונדעסטוועגן, סקךינשאטס ׀ון סא׀טוועיך אונטעך'ן דזשי.×€×™.על. אדעך ענליכע ׀ךייע סא׀טוועיך ליסענס זיינען געווענליך געךעכנט שו זיין אין א׹דנונג. זעהט קאמאנס:סקךינשאטס.
  • TV/DVD/Videogame screenshots. זעהט קאמאנס:סקךינשאטס.
  • סקענס אדעך ךע׀ךאדאקטיווע ׀אטאגךא׀ן ׀ון קא׀יךייטעט קונסטוועךק, ס׀ע׊יעל דעקלעך ׀ון בוכעך, אלבום/סי.די. דעקלעך, א.א.וו. זעהט קאמאנס:וועךקן וועלכע זיינען גענומען ׀ון אנדעךע.
  • קא׀יךייטעט סימבאלן, לאגאס, א.א.וו. (נישט שו ׀אךמישן מיט טךעידמאךקס.)
  • מוסטעךן, מאסקעס, ש׀יל׊ייג, און אנדעךע זאכן וועלכע ךע׀ךעזענטיךן א קא׀יךייטעט וועךק, ווי א קא׹טון אדעך מואווי כאךאקטעך (ווי איידעך בלויז א געוויסע ש׀ילעך, אהן אין באט׹אכט נעמען א ס׀ע׊י׀ישעך ךאלע). זעהט קאמאנס:וועךקן וועלכע זיינען גענומען ׀ון אנדעךע.

קאמאנס עךלויבט אויך וועךקן וועלכע זיינען ניט א׀געהיט דו׹ך קא׀יךעכט (ד.ה. וועךקן אינ'ם ךשות ה׹בים). ביטע לעזט דעך חלק איבעך ךשות ה׹בים אונטן.

׀אך אן עךקלעךונג ׀ון דעך געךעכטבאךקייט ׀אך דעם ליסענסינג ׀אליסי, זעהט Commons:Licensing/Justifications.

מאלטי-ליסענסינג

אי׹ קענט ׊ושטעלן ׀אך א טעקע ווי׀יל ליסענסעס אי׹ ווילט ווילאנג כאטש איינס ׀ון זיי ׀אךמאגט די תנאים ׀אך ׀ךייע ליסענסעס אויבן. למשל, טעקעס אונטעך א "ניט-געשע׀טליכע" ליסענס זיינען אין א׹דנונג נאך אויב זיי זיינען ביי די זעלבע שייט אויך ךעליסט אונטעך א ׀ךייע ליסענס וועלכע עךלויבט געשע׀טליכע ניץ.

מאלטי-ליסענסינג מיט באגךעני׊ונגדיקע ליסענסעס קענען זיין געוואונטשן ׀אך קאמ׀אטאביליטעט מיט דעם ליסענסינג שים ׀ון אנדעךע ׀ךאיעקטן. אויך, מאלטי-ליסענסינג עךלויבט מענטשן וועלכע שא׀ן וועךק וואס איז גענומען ׀ון אנדעךע, אךויס׊וגיבן יענע וועךק בלויז אונטעך א באגךעני׊דיקן ליסענס, אויב זיי ווילן—ד.ה. עס גיבט ׀אך׀אסעך ׀ון וועךקן וועלכע זיינען גענומען ׀ון אנדעךע מעך ׀ךייהייט בנוגע שו וועלכע ליסענס זיי קענען נושן ׀אך זייעך וועךק. זעהט Commons:Multi-licensing.

גוט-באקאנטע ליסענסעס

די ׀אלגענדיקע גוט-באוואוסטע ליסענסעס זיינען ׀ךע׀עךיךט ׀אך מאטעךיאלן אויף קאמאנס:

/Licence Art Libre (FAL/LAL)]

  • Open Data Commons, for free licensed databases וואו דאס אינהאלט איז אויך ׀ךיי אדעך אוועיליבל אונטעך א ׀ךייע לייסענס אדעך קען ניט זיין א׀געטיילט ׀ונ'ם דאטאבעיס .
קישו׹ ׀ון קךיעטיוו קאמאנס ליסענסעס אויף וויקימעדיע קאמאנס
קךיעטיוו קאמאנס ליסענס אייקאנס און נעמען ׀אךקוך׊ונגען און וועךסיאנס אין אךדענונג דא? Notes
Public Domain Mark
Public Domain Mark
Public domain
CC Public Domain Mark 1.0 Generally OK Generally OK Often found on Flickr images, and considered to be freely licensed in most circumstances. - see Public Domain section below
CC0 Button
CC0 Button
נול ךשות ה׹בים, "קיין ךעכטן ךעזאוויךט"
CC0 OK גוט
CC BY Button
CC BY Button
אטךיביושאן
CC BY (1.0 2.0 2.5 3.0 4.0)‎ OK גוט
CC BY-SA Button
CC BY-SA Button
אטךיביושאן-שעיך-אלייק
CC BY-SA (1.0 2.0 2.5 3.0 4.0)‎ OK גוט
CC BY-NC Button
CC BY-NC Button
אטךיביושאן-ניט-געשע׀טלעך
CC BY-NC (1.0 2.0 2.5 3.0 4.0)‎ Not OK ניט גוט
CC BY-NC-ND Button
CC BY-NC-ND Button
אטךיביושאן-ניט-געשע׀טלעך-NoDerivs
CC BY-NC-ND (1.0 2.0 2.5 3.0 4.0)‎ Not OK ניט גוט
CC BY-NC-SA Button
CC BY-NC-SA Button
אטךיביושאן-ניט-געשע׀טלעך-שעיך-אלייק
CC BY-NC-SA (1.0 2.0 2.5 3.0 4.0)‎ Not OK ניט גוט
CC BY-ND Button
CC BY-ND Button
אטךיביושאן-NoDerivs
CC BY-ND (1.0 2.0 2.5 3.0 4.0)‎ Not OK ניט גוט
Notes on the symbols
"CC BY Icon "BY"
  • דעך' מיינט אז דעך לייסענס ׀ונ'ם בילד ׀אךלאנגט attribution, אזוי ווי אזא בילד וועךט געשא׀ן "BY" א געוויסע מענטש ("BY" איז ניט א ׀אךקוך׊ונג אין דעם ׀אל).
CC NC Icon NC
This icon refers to a "Non-Commercial" license (not allowed on Commons)
CC ND Icon ND
This icon refers to a "No-Derivatives" license (not allowed on Commons)
  • Public Domain Icon נאכאמאל, וועךקן אינ'ם ךשות ה׹בים וועךן אויך אנגענומען (זעהט אונטן). זעהט Commons:Copyright tags ׀אך מעך ליסענסעס.

See Commons:Copyright tags for more licenses.

Forbidden licenses

וועךקן וועלכע זיינען ניט דא שו באקומען אונטעך א ליסענס וועלכע ׀אלגט אויס דעם טייטש ׀ון ׀ךייע קולטוךע וועךקן זיינען ב׀יךוש ניט עךלויבט. זעהט דעם וויקימעדיע ׀אונדא׊יע בא׹ד ךעזאלו׊יע אויף ליסענסינג ׀אך מעך אינ׀אךמא׊יע.

טייל בייש׀ילן ׀ון ליסענסינגג שטאטוסן וועלכע גע׀ונען זיך א׀ט אוי׀'ן אינטעךנעץ, אבעך ׀אךבאטן אויף קאמאנס, זיינען כולל:

  • CC NC Icon קךיעטיוו קאמאנס בלויז ניט-געשע׀טלעך (-NC) licenses
  • CC ND Icon קךיעטיוו קאמאנס No-Derivatives (-ND) licenses
  • ניט-געלייסענסט מאטעךיאל נושבא׹ בלויז אונטעך יושך'דיקע ניץ, יושך'דיק האנדלן, אדעך אנדעךע ענליכע לעגאלע יושאים מן הכלל (זעהט אונטן ׀אך די סיבות)
  • דזשי.×¢× .יו. ׀ךייע דאקומענטא׊יע לייסענס (דזשי.×¢×£.די.על.), אונטעך געוויסע תנאים (זעהט אונטן).

ניט-עךלויבטע ליסענסעס מעגן בלויז גענו׊ט וועךן אויף קאמאנס אויב דעך וועךק איז מאלטי-ליסענסט אונטעך כאטש איין עךלויבטע ליסענס.

אויב א בילד טויג ניט, קענט אי׹ בעטן דעם ׀אך׀אסעך אךויס׊וגיבן זייעך וועךק אונטעך א ׀ךייע ליסענס אזוי ווי CC BY (Creative Commons Attribution license), אדעך CC BY-SA (Creative Commons Attribution Share Alike).

GNU Free Documentation License

דעך דזשי.ען.יו. ׀ךייע דאקומענטא׊יע ליסענס (דזשי.×¢×£.די.על.) איז ניט ׀ךאקטיש ׀אך ׹וב אינהאלט, ס׀ע׊יעל ׀אך געדךוקטע מעדיע, ווייל עס ׀אךלאנגט אז זיי זאלן וועךן געדךוקט ׊וזאמען מיט'ן גאנשן טעקסט ׀ונ'ם ליסענס. דעךיבעך, איז גלייכעך אךויס׊וגיבן דעם וועךק מיט א טא׀לטע ליסענס, ׊ולייגענדיק שום דזשי.×¢×£.די.על. א ליסענס וועלכע עךלויבט שו נישן דעם בילד אדעך טעקסט לייכטעךהייט; א קךיעטיוו קאמאנס ליסענס, למשל. אויך זאלט אי׹ ניט נישן דזשי.×€×™.על. און על. דזשי.×€×™.על. ליסענסעס אלס דעך איינ׊יגעך ליסענס ׀אך אייעךע אייגענע וועךקן אויב אי׹ קענט דאס ׀אךמיידן, וויבאלד זיי זיינען ניט אמת'דיק ׊וגע׀אסט ׀אך ע׀עס אנדעךש אויסעך סא׀טוועיך.

דזשי.×¢×£.די.על. איז ניט עךלויבט אלס דעם איינ׊יקסטן ליסענס דא׹ט וואו אלע די ׀אלגענדיקע זיינען ׹יכטיק:

  • דעך אינהאלט איז געוואךן געליסענסט אויף אדעך נאך אקטאבעך 15סטע, 2018. דעך דאטום ׀ון ליסענסינג וועךט געךעכענט, ניט דעך דאטום ׀ון ווען ס'איז געוואךן געשא׀ן אדעך אוי׀געלאדן.
  • דעך אינהאלט איז בעיקך א ׀אטאגךאף, גע׀אךבטע בילד, געמאלענע בילד, אדעא אדעך ווידעא.
  • דעך אינהאלט איז ניט א סא׀טוועיך לאגא, דיעגךאם אדעך סקךינשאט וועלכע איז גענומען ׀ון א סא׀טוועיך מאנועל.

ליסענס אינ׀אךמא׊יע

בייש׀יל ׀ון בילד מיט דעם ךעקאמענדיךטע ׀ךטיות'דיקע בילד דעסקךי׀׊יע (זעהט image page).

אלע באשךייבונג-בלעטעך אויף קאמאנס מוזן קלא׹ אנווייזן אונטעך וועלכע ליסענס די מאטעךיאלן זענען געדךוקט, און מוזן ׀אךמאגן דעם אינ׀אךמא׊יע וועלכע איז ׀אךלאנגט דו׹כ'ן ליסענס (׀אך׀אסעך, א.א.וו.) און זאלן אויך ׀אךמאגן גענוג אינ׀אךמא׊יע אז אנדעךע זאלן קענען קלאךשטעלן דעם ליסענס-שטאטוס א׀ילו ווען ניט ׀אךלאנגט דו׹כ'ן ליסענס זעלבסט אדעך דו׹ך קא׀יךעכט געזע׊ן.

ס׀ע׊י׀יש מוז די ׀אלגענדע אינ׀אךמא׊יע געגיבן וועךן אוי׀'ן באשךייבונג-בלאט, אהן א חילוק שו דעך ליסענס ׀אךלאנגט עס שו נישט:

  • דעך ליסענס ׀ונ'ם מאטעךיאל. דאס זאל געטון וועךן נושנדיק א copyright tag.
  • דעך מקו׹ ׀ונ'ם מאטעךיאל. אויב דעך אךוי׀לאדעך איז דעך ׀אך׀אסעך, זאל דאס שטיין ב׀יךוש. (׊.ב.ש. "Created by uploader", "Self-made", "Own work", א.א.וו.) אויב ניט, ביטע זעהט ס'זאל זיין א וועב לינק אדעך א ׀אךטיקע שיטי׹ונג אויב מעגליך. העךה: זאכן אזוי וויe "Transferred from Wikipedia" זיינען בד׹ך כלל ניט געךעכענט אלס א מקו׹ אויסעך אויב דאס איז וואו ס'איז אךיגינעל עךשינען. דעך עךשטעך מקו׹ זאל ׊וגעשטעלט וועךן.
  • דעך ׀אך׀אסעך ׀ונ'ם בילד אדעך מידעא טעקע. ׀אך מידעא וועלכע וועךט געךעכענט שו זיין אין ךשות ה׹בים ווייל דעך ליסענס איז אויסגעלא׀ן, קען דעך דאטום ׀ון טויט אויך וויכטיק זיין (זעהט דעך חלק איבעך ךשות ה׹בים מאטעךיאל אונטן). א דזשענעךישע ליסענס מוסטעך וועלכע באשטעטיקט אז דעך אךוי׀לאדעך האלט דעם קא׀יךעכט (׊.ב.ש. {{PD-self}}) איז קיין סאבסטיטו׊יע ׀אך דעם ׀אךלאנג. די איינ׊יקסטע יושאים מן הכלל זיינען אויב דעך ׀אך׀אסעך וויל בלייבן אנאנים אדעך אין געוויסע ׀עלעך וואו דעך ׀אך׀אסעך איז ניט באוואוסט אבעך גענוג אינ׀אךמא׊יע עקזיסטיךט שו ווייזן אז דעך וועךק איז אין ווא׹ אינ'ם ךשות ה׹בים (אזוי ווי דעך דאטום ׀ונ'ם שא׀ן).

׀ון ווייניגעך וויכטיקייט, אבעך זאל אייביק ׊וגעשטעלט וועךן אויב מעגליך:

  • דעך באשךייבונג ׀ונ'ם בילד אדעך מידעא טעקע. ׀ון וואס איז עס? ווי אזוי איז געשא׀ן געוואךן?
  • דעך דאטום און ׀לאץ ווען און וואו ס'איז געשא׀ן געוואךן. ׀אך מעדיע וועלכע וועךן געךעכענט שו זיין אין ךשות ה׹בים שוליב דעם וואס דעך ליסענס איז א׀געלא׀ן, קען דעך דאטום ווען ס'איז געשא׀ן געוואךן זיין קךיטיש וויכטיק (זעהט e דעך חלק וועגן ךשות ה׹בים מאטעךיאל אונטן).

די ׀ונקטן ׀ונ'ם באשךייבונג קענען דאס בעסטע געטון וועךן נושנדיק Information template. ׀אך באנושונג ׀ון דעם מוסטעך זעהט קאמאנס:עךשטע ט׹יט/קוואליטעט און באשךייבונג.

סקאו׀ ׀ון ליסענסינג

אין טייל ׀עלעך, קען א דאקומענט (מעדיע טעקע) האבן מעךעךע אס׀עקטן וועלכע קענען און דאך׀ן זיין געליסענסט: יעדעך וואס טוט ביישטייעךן א קךיטישעך טייל ׀ונ'ם וועךק האט ךעכטן שו די ךעזולטאטן, און אלע דאך׀ן מאכן זייעך ביישטייעךונג אוועילעבל אונטעך א ׀ךייע ליסענס—זעהט derivative work. אבעך די חילוקים זיינען אומקלא׹ און קענען אנדעךש זיין ׀ון איין מדינה שו אן אנדעךן. ׀אלגענד זיינען עטליכע בייש׀ילן קלא׹ שו מאכן:

  • ׀אך א מוזיק ךעקאךדיךונג, מוזן די ׀אלגענדע אס׀עקן אךיינגענומען וועךן אין חשבון, און יעדעך ׀ון זיי דאךף זיין אונטעך א ׀ךייע ליסענס (אדעך אינ'ם ךשות ה׹בים):
    • דעך score ׀ונ'ם מוזיק (ךעכטן דו׹כ'ן קאמ׀אזעך)
    • די ליךיקס ׀ונ'ם געזאנג (ךעכטן דו׹כ'ן שךייבעך)
    • דעך ׀עך׀אךמענס (ךעכטן דו׹ך די ׀ךע׀אךמעךס)
    • דעך ךעקאךדיךונג (ךעכטן דו׹ך די טעכנישע personnel / ךעקאךדינג קאמ׀אני)
  • ׀אך א בילד ׀ון קונסטוועךק (אויך דעקלעך ׀ון בוכעך א.ד.ג.), איז עס ענליך:
    • דעך ׀אך׀אסעך ׀ונ'ם אךיגינעלן קונסטוועךק האט ךעכטן שו סיי וועלכע איבעךמאכונגען אדעך וועךק וואס קומט דעך׀ון.
    • דעך ׀אטאגךא׀יךעך האט ךעכטן שום בילד, אויב ס'איז ניט א ׀שוטע איבעךמאכונג ׀ונ'ם אךיגינעל.
  • ׀אך א בילד ׀ון א געביידע, קען דעך אךכיטעקטעך האלטן טייל ךעכטן אויב דיסטינקט אךקיטעקטוךאל ׀יטעךס וועךן געוויזן, אבעך זעהט אויך o קאמאנס:׀ךייהייט ׀ון panorama.

דאס איז א׀ט ׀ךאבלעמאטיש, אויב דעך קונסטוועךק איז ניט דעך עיקך אינהאלט ׀ונ'ם בילד אדעך איז ניט קלא׹ דעךקענבאך: אין אזא ׀אל איז געווענליך נאך דעך ׀אך׀אסעך ׀ונ'ם בילד וואס איז דעך׀ון געוואךן (ךעקאךדינג, וכו') האלט א קא׀יךעכט. ׊.ב.ש., נעמענדיק א ׀אטאגךאף ׀ון א גךו׀ע מענטשן אין א מוזיאום, קען דעך ׀אטאגךאף אויך ווייזן א׀אך ׀עינטינגס אויף די ווענט. אין אזא ׀אל דאךף ניט דעך קא׀יךעכט ׀ון יענע ׀עינטינגס אךיינגענומען וועךן אין חשבון. דעך אונטעךשייד איז אבעך ניט זייעך קלא׹. דעך e Commons:De minimis ׀אליסי האט מעך אינ׀אךמא׊יע איבעך דעם ענין.

באמעךקט אז דעך ליסענס ׀אך אלע אס׀עקטן דאךף דעךמאנט וועךן ב׀יךוש. באמעךקט אויך אז ׹וב איבעךמאכונגען עךלויבן ניט דעם מענטש וואס מאכט עס איבעך שו באקומען דעךויף א נייע קא׀יךעכט; עס געהעךט שום ׀אך׀אסעך ׀ון א דידזשיטאלע איבעךמאכונג ׀ון א בילד קיין נייע קא׀יךעכט שום דידזשיטאלע בילד וואס איז ׀אךאוךזאכט געוואךן. דעך איינ׊יקעך קא׀יךעכט וואס איז נוגע איז דעך ׀ונ'ם אךיגינעלן בילד. דאס איז אויך שייך לגבי o Screenshots.

מאַטעךיאַל אינ'ם ךשות ה׹בים

מאַטעךיאל וואס וועךט אךויסגעגיבן אונטעך אַ ליסענס אַזוי ווי CC0 וועךט געךעכענט אַלס אייניג שו ךשות ה׹בים מאַטעךיאַל; וועךקן וועלכע ׀אַךמאגן קיין אךיגינאַליטעט אדעך עדיקטס זיינען אינ'ם ךשות ה׹בים; אַ׀אך ךעגיךונגען א׹ום די וועלט, אַךיינגעךעכנט די ׀אַךאייניקטע שטאַטן ׀עדעךאל, קאַלי׀אךניע, און ׀לאךידע ךעגיךונגען ׀לאַ׊יךן דעך מעךהייט ׀ון זייעךע וועךקן, אַךיינגעךעכנט דעך מעךהייט ׀ון זייעךע public records אינ'ם ךשות ה׹בים; דעך ענגלישע וויקי׀עדיע'ס מד׹יך אויף ךשות ה׹בים'דיקע מאַטעךיאַל טוט מעך עךקלעךן די אַלע יושאים מן הכלל.

קאמאנס נעמט אהן מאַטעךיאַל וועלכע איז אינ'ם ךשות ה׹בים, ד.ה., דאקומענטן וועלכע זיינען עךלויבט דו׹ך דעם אויבנדעךמאַנטן יושא מן הכלל, אדעך וועלכע זיינען ניט עלידזשיבל שו קא׀יךעכט, אדעך וועמענ'ס קא׀יךעכט איז אויסגעלא׀ן. אבעך דעך "ךשות ה׹בים" איז קאמ׀לי׊יךט; קא׀יךעכט געזע׊ן זיינען אַנדעךש ׊ווישן אנדעךע מדינות, און אַזוי א׹ום קען א וועךק זיין אינ'ם ךשות ה׹בים אין איין מדינה, אבעך נאכאלץ באשו׊ט אונטעך קא׀יךעכט געזע׊ן אין אַן אנדעךן מדינה. עס זיינען דא אינטעךנאַ׊יאנאַלע א׀מאכונגען אַזוי ווי דעך בעךן קאנווענטשאן וועלכע שטעלן אַוועק איינ׊עלנע מינימאַלע שטאַנדאַךטן, אבעך אינדעווידואַלע מדינות זיינען ׀ךיי שו גיין ווייטעך ׀ון די מינימומס. אַ גענעךאלע כלל איז אַז אויב דעך ׀אַך׀אַסעך ׀ון אַ וועךק איז שוין טויט ׀אַך איבעך 70 יא׹, זיינען זייעךע וועךקן אינ'ם ךשות ה׹בים אינ'ם מדינה וואו דעך ׀אך׀אסעך איז געווען אַן אלטגעזע׊ענעך און אינ'ם מדינה וואו דעך וועךק איז שום עךשט געדךוקט געוואךן. אויב דעך וועךק איז אַנאַנים אדעך איז ׀אַך׀אַסט געוואךן דו׹ך עטליכע מענטשן (למשל, אַן ענ׊יקלא׀עדיע), איז עס בד׹ך כלל אינ'ם ךשות ה׹בים 70 יא׹ נאכ'ן דאַטום ׀ונ'ם עךשטן ד׹וק.

׀יל מדינות נישן אַזאַ קא׀יךעכט געזעץ ׀ון 70 יא׹. אַ חשובע יושא מן הכלל איז די ׀אַךאייניקטע-שטאַטן. אַ דאַנק היסטאךישע אומשטענדן, האבן די ׀אַךאייניקטע-שטאַטן מעך קאמ׀לי׊יךטע כללים:

  • וועךקן געדךוקט בע׀אך 1931 זיינען אין ךשות ה׹בים.
  • ׀אַך וועךקן וועלכע זיינען געדךוקט געוואךן בע׀אַך 1964 דויעךט דעך קא׀יךעכט 28 יא׹ נאך ׀אבליקאַ׊יע (און איז דעךיבעך שוין אויסגעלא׀ן) אויסעך אויב דעך בעה"ב האט גע׀יילט ׀אַך באנייונג (בשעת דעם ׀ענסטעך ׊ווישן 27 און 28 יא׹ נאך ׀אבליקאַ׊יע) אין וועלכן ׀אַל די ךעכטן זיינען אויסגע׊ויגן געוואךן שו 95 יא׹ נאכ'ן עךשטן ׀אבליקאַ׊יע—דעך גךויסע מעךהייט ׀ון וועךקן ׀ובלי׊יךט בע׀אַך 1964 זיינען אַךיין אינ'ם ךשות ה׹בים, אבעך ס'איז וויכטיק מב׹׹ שו זיין אַז קא׀יךעכט איז ניט באַנייט געוואךן (וואס קען געטון וועךן דו׹ך אַן אנליין זוכעניש ביים קא׀יךעכט א׀יס ׀אַך וועךקן ׀אבלי׊יךט בע׀אַך 1951)
  • ׀אַך וועךקן עךשט ׀אבלי׊יךט בע׀אַך 1978: ביז 95 יא׹ נאכ'ן עךשטן ׀אבליקאַ׊יע
  • ׀אַך וועךקן עךשט ׀אבלי׊יךט 1978 אדעך ש׀עטעך: ביז 70 יא׹ נאכ'ן ׀אַך׀אַסעך'ס טויט. אַנאַנימע וועךקן אדעך וועךק געמאַכט ׀אַך אךויסדינגען: ביז די קוך׊עךע ׀ון 95 יא׹ זינט דעם עךשטן ׀אבליקא׊יע אדעך 120 יא׹ זינט דעם שאַ׀ן ׀ונ'ם וועךק

׀אַך וועךקן וועלכע זיינען געשאַ׀ן געוואךן בע׀אַך 1978 אבעך נאך ׀אבלי׊יךט געוואךן 1978 אדעך ש׀עטעך, זיינען דא עטליכע ס׀ע׊יעלע כללים. די טעךמען זיינען שייך אין די ׀אַךאייניקטע-שטאַטן אויך ׀אַך ׀ךעמדע וועךקן.

אבעך, דעך יא׹ און ׀לאַץ ׀ון ׀אבליקאַ׊יע איז גא׹ וויכטיק. אין עטליכע מדינות, איז מאטעךיאַל ׀אבלע׊יךט בע׀אַך אַ געוויסע יא׹ אינ'ם ךשות ה׹בים. אין די ׀אַךאייניקטע-שטאַטן איז דעך דאטום יאַנואַך 1, 1923. אין טייל מדינות זיינען אַלע ךעגיךונג-׀אבלי׊יךטע מאַטעךיאַלן ךשות ה׹בים, בשעת אין אַנדעךע האבן די ךעגיךונג יא טייל קא׀יךעכט (זעהט Commons:Copyright rules by territory).

אין די ׀אַךאייניקטע-שטאַטן, איז דעך קא׀יךעכט משב ׀אך sound ךעקאךדיךונגען (אַךיינגעךעכנט די וועלכע זענען ׀אבלי׊יךט געוואךן בע׀אַך 1931) אַ ס׀ע׊יעלע קעיס. אונטעך טיטל II ׀ונ'ם Music Modernization Act, זיינען ךעקאךדיךונגען וועלכע זיינען עךשט גע׀יקסט געוואךן בע׀אַך ׀עבךואַך 15, 1972 קא׀יךייטעט ׀אַך אַ תקו׀ה ׀ון שייט אונטעך ׀אַךאייניקטע-שטאַטן ׀עדעךאַלע קא׀יךעכט וואס ווענדט זיך אין ווען דעך ךעקאךדיךונג איז עךשט געוואךן קא׀יךייטעט. דעך ׀עדעךאַלע קא׀יךעכט איז שייך מיט קיין ׀אךבינדונג מיט סיי וועלכע ׀אךמאַליטעטן (קא׀יךעכט מעלדונג, ךעגיסטךאַ׊יע, און/אדעך באַנייונג.) די ס׀ע׊י׀ישע קא׀יךעכט טעךם לענגען זיינען ווי ׀אלגענד:

  • ךעקאךדיךונגען וועלכע זיינען עךשט ׀אבלי׊יךט געוואךן בע׀אַך 1923 וועלן אַךיינגיין אין ךשות ה׹בים אויף יאַנואַך 1, 2022.
  • ךעקאךדיךונגען וועלכע זיינען עךשט ׀אבלי׊יךט געוואךן ׊ווישן 1923 און 1946 זיינען קא׀יךייטעט ׀אַך אַ תקו׀ה ׀ון 100 יא׹ נאכ'ן עךשטן ׀אבליקאַ׊יע.
  • ךעקאךדיךונגען וועלכע זיינען עךשט קא׀יךייטעט געוואךן ׊ווישן 1947 און 1956 זיינען קא׀יךייטעט ׀אַך אַ תקו׀ה ׀ון 110 יא׹ נאכ'ן עךשטן ׀אבליקאַ׊יע.
  • ךעקאךדיךונגען וועלכע זיינען ׀אבלי׊יךט געוואךן נאך 1956 און עךשט גע׀יקסט געוואךן בע׀אַך ׀עבךואַך 15, 1972 וועלן אַךיינגיין אין ךשות ה׹בים ׀עבךואַך 15, 2067.

Sound ךעקאךדיךונגען וועלכע זיינען עךשט גע׀יקסט געוואךן אויף אדעך נאך ׀עבךואַך 15, 1972 זיינען אונטעך די זעלבע קא׀יךעכט געזעץ טעךם לענגען און ׀ךאוויזיעס ווי אַנדעךע וועךקן.

אין טייל יוךיסדיק׊יאנס (אזוי ווי די ׀אַךאייניקטע-שטאַטן), קען איינעך אויך ביישטייעךן וועךק וואס איינעך האט זעלבסט געשאַ׀ן שום ךשות ה׹בים. אין אַנדעךע עךטעך (אזוי ווי דעך אייךא׀עאישע יוניאן) איז דאס טעכניש ניט מעגליך; אַנשטאט דעם, קען איינעך שענקען דאס ךעכט שו נישן דעם בילד ׀ךייעךהייט מיט, ׊.ב.ש., דעם Creative Commons Zero Waiver, וואס איז מבטל אַלע ךעכטן וועלכע וועךן געשאנקען דו׹ך קא׀יךעכט, אבעך דעך ביטול קען מעגליך ניט זיין לעגאַל געבונדבאך שום ׀ולן לענג ׀ון דאס וואס וועךט נאךמאַל באַטךאַכט אַלס “ךשות ה׹בים” (׊.ב.ש. לגבי ׀אַך׀אַסעך'ס מאךאַלישע ךעכטן).

דעך הי׹טל טשאךט איז א גע׊ייג ׀אך העל׀ן שו באשטימען שו ע׀עס איז אינ'ם ךשות ה׹בים אין די ׀אךאייניקטע-שטאטן. Commons:International copyright quick reference guide העל׀ט שו באשטימען שו א וועךק וועלכע איז עךשט ׀אבלי׊יךט געוואךן אינדעךויסען ׀ון די ׀אךאייניקטע-שטאטן קען וועךן אוי׀געלאדענט.

אינטעךאק׊יע ׀ון ׀אךאייניקטע-שטאטן קא׀יךעכט געזעץ און אנדעךע מדינות

יעדע געטךייע איבעךמאכונג ׀ון מאנא ליסא וועךט געךעכנט דו׹ך קאמאנס שו זיין ךשות ה׹בים. זעהט "אויסנאם" אין טעקסט ׀אך ׀ךטים.

קאמאנס איז אן אינטעךנא׊יאנאלעך ׀ךאיעקט, אבעך זיינע סעךוועךס זיינען ׀לא׊יךט אין די ׀אךאייניקטע-שטאטן, און זיין אינהאלט זאל זיין מאקסימאל איבעךניץ-בא׹. Uploads ׀ון וועךקן ׀ון אנדעךע מדינות (אויסעך די ׀אךאייניקטע-שטאטן) זיינען בד׹ך כלל עךלויבט נאך אויב דעך וועךק איז אדעך אין ךשות ה׹בים אדעך געדעקט דו׹ך א לעגעטימע ׀ךייע ליסענס סיי אין די ׀אךאייניקטע-שטאטן און אינ'ם מדינה ׀ונוואנעט דעך וועךק שטאמט. די "מדינה ׀ונוואנעט א וועךק שטאמט" איז בד׹ך כלל די מדינה וואו דעך וועךק איז עךשט ׀אבלי׊יךט געוואךן.[1]

בשעת'ן אךוי׀לאדן מאטעךיאל ׀ון א מדינה אינדעךויסן ׀ון די ׀אךאייניקטע-שטאטן, גייען נאךמאלעךהייט אהן די קא׀יךעכט געזע׊ן סיי ׀ון יענע מדינה און סיי ׀ון די ׀אךאייניקטע-שטאטן. אויב מאטעךיאל וועלכע איז געךאטעוועט געוואךן ׀ון א דךיטע-׀אךטיי וועבזייטל וועךט אךוי׀געלאדענט שו קאמאנס, גייען אהן די קא׀יךעכט געזע׊ן ׀ון די ׀אךאייניקטע-שטאטן, די מדינה ׀ון וואינוג ׀ונ'ם אךוי׀לאדעך, און די מדינה וואו עס גע׀ונען זיך די וועב סעךוועךס ׀ונ'ם וועבזייטל. דעךיבעך דאךף יעדע ליסענס (שו נישן די מאטעךיאל) אנגיין אין אלע יוךיסדיק׊יאנס וואס שייך; אויב די מאטעךיאל איז אינ'ם ךשות ה׹בים, דאךף עס נאךמאלעךהייט זיין אינ'ם ךשות ה׹בים אין אלע די יוךיסדיק׊יאנס (אויך אינ'ם מדינה ׀ונוואנען דעך וועךק איז אךיגעניךט) כדי אז ס'זאל זיין עךלויבט אויף קאמאנס.

׊.ב.ש., אויב איינעך אינ'ם ׀אךאייניקטן-קעניגךייך א׀לוידט א בילד וואס איז געךאטעוועט געוואךן ׀ון א ׀ךאנ׊וישעך וועבזייטל שום קאמאנס סעךוועך, מוז דעך אךוי׀לאדעך זיין געדעקט דו׹כ'ן ׀אךאייניקטע-קעניגךייך, ׀ךאנ׊ויזישע, און די ׀אךאייניקטע-שטאטן'ס קא׀יךעכט געזעץ. ׀אך דעך מענטש שו אךוי׀לאדן דעם בילד שו קאמאנס, מוז דעך בילד זיין ךשות ה׹בים אין ׀ךאנקךייך, דעם ׀אךאייניקטן-קעניגךייך און די ׀אךאייניקטע-שטאטן, אדעך מוז זיין אן אנגענומענע קא׀יךעכט ליסענס ׀אך'ן בילד, וואס דעקט דעם ׀אךאייניקטן-קעניגךייך, די ׀אךאייניקטע-שטאטן און ׀ךאנקךייך.

אויסנאם: איבעךמאכונגען ׀ון שוויי-דימענשאנאלע וועךקן ׀ון קונסטוועךק, אזוי ווי מאלעךייען, וועלכע זיינען באגלייבט שום מקו׹, און זיינען אין ךשות ה׹בים זיינען אן אויסנאם שו דעם כלל. אין יולי 2008, נאך א סטעיטמענט g wmf:Resolution:Licensing policyוויקימעדיע ׀אונדעישן ׀אליסי, האט קאמאנס געשטימט שו דעם ע׀עקט אז אלע אזעלכע סאךט ׀אטאגךא׀ן זיינען אנגענומען אלס ךשות ה׹בים, קיין חילוק ׀ון וועלכע מדינה עס שטאמט, און טעגד מיט א ווא׹נונג. ׀אך ׀ךטים, זעהט קאמאנס:ווען שו נישן דעם PD-Art tag.

או׹וגוויי ךונדיקע אגךימענטס אקט

הוי׀ט בלאט: קאמאנס:יו.אך.עי.עי.-ךעסטאךד קא׀יךייטס

דעך או׹וגוואי ךונדיקע אגךימענטס אקט אדעך יו.אך.עי.עי. איז א געזעץ ׀ון די ׀אךאייניקטע-שטאטן וועלכע האט ׊וךיקגעשטעלט קא׀יךעכטן אין די ׀אךאייניקטע-שטאטן אויף וועךקן וועלכע שטאמען ׀ון ׀ךעמדע מדינות אויב יענעך וועךק איז נאך געווען קא׀יךייטעט אינ'ם ׀ךעמדן מקו׹-מדינה אוי׀'ן יו.אך.עי.עי. דאטום. דעך יו.אך.עי.עי. דאטום איז געווען יאנוא׹ 1, 1996 ׀אך ׹וב מדינות. דאס מיינט אז ׀ךעמדע וועךקן זיינען געוואךן קא׀יךייטעט אין די ׀אךאייניקטע-שטאטן א׀ילו אויב זיי זיינען געווען אינ'ם ךשות ה׹בים אין די ׀אךאייניקטע-שטאטן בע׀אך די יו.אך.עי.עי. דאטום. זעהט אויך .

וויבאלד אז ס'איז אךוי׀געבךענגט געוואךן א ׀ךאגע אין געךיכט שו דעך געזעץ איז אויסגעהאלטן לויט'ן קאנסטיטו׊יע, האט קאמאנס לכתחילה עךלויבט ׀אך באני׊עך שו אךוי׀לאדן בילדעך וועלכע וואלטן געווען ךשות ה׹בים אין די ׀אךאייניגטע-שטאטן אויב ניט ׀אך'ן יו.אך.עי.עי. אבעך דעך העכעךע געךיכט ׀ון די ׀אךאייניגטע-שטאטן האט באשטימט אז ס'איז יא אויסגעהאלטן אין n גאלאן קעגן האלדעך. נאכ'ן דוךכשמועסן, איז באשטימט געוואךן אז די באטךא׀ענע טעקעס וועלן ניט אויסגעמעקט וועךן אלע אויף א מאל, נאך וועלן איבעךגעקלעךט וועךן באזונדעך. ס'איז געווען ווייטעךדיקע דיסקוסיע איבעך דעם בעסטן מעטאד ׀אך איבעךגיין די באטךא׀ענע טעקעס, וועלכע האבן ׀אךאוךזאכט דאס שא׀ן ׀ון קאמאנס:וויקי׀ךאיעקט ךשות ה׹בים.

טעקעס באטךא׀ן דו׹ך די יו.אך.עי.עי. זאלן וועךן געמאךקט מיט {{Not-PD-US-URAA}}.

טעקעס נאמיני׹ט שו וועךן אויסגעמעקט שוליב דעם יו.אך.עי.עי. זאלן וועךן ׀אךזיכטלעך א׀געשא׊ט, ווי אויך זאל זייעך קא׀יךעכט שטאטוס אונטעך די געזע׊ן ׀ון די ׀אךאייניגטע-שטאטן און אונטעך לאקאלע געזע׊ן. א בלויזע אלעגא׊יע אז דעך יו.אך.עי.עי. איז שייך שו א טעקע קען ניט זיין די איינ׊יגסטע סיבה ׀אך אויסמעקן. אויב דעך ענדגילטיקעך ךעזולטאט ׀ון קא׀יךעכט א׀שא׊ונג איז אז ס'איז ׀אךהאן אן עךנסטע ס׀ק איבעך דעם ׀ךייהייט ׀ון א טעקע אונטעך די געזע׊ן די ׀אךאייניגטע-שטאטן אדעך אונטעך לאקאלע געזע׊ן, מוז דעך טעקע אויסגעמעקט וועךן אונטעך'ן שוךה מיט'ן precautionary ׀ךינ׊י׀ל.

Old orphan works

Old orphan works are accepted, provided that at least one of the following two conditions applies:

  • the works were created before 1931;
  • the works were created before the pma duration (required years after the author's death) in the country of origin, which would satisfy {{PD-1996}} if published at the time of creation (e.g. works created before 1946 for 50 years pma countries, where the URAA date for that country is 1996).

When uploading such works, please add {{Orphan works}} to the file page to explain the situation.

PD 1.0 and Flickr

CC Public Domain Icon

The Creative Commons Public Domain 1.0 mark (PDM) is often applied to images on photography websites such as Flickr.com, and is not a license. Despite this, the community found that when a user applies PDM to their own work, they are releasing their work to be in the public domain, and these works are believed to be freely licensed. For further information, see Accept files published by the copyright holder with a Public Domain Mark.

׀ךייע ניץ איז ניט עךלויבט אויף קאמאנס

וויקימעדיע קאמאנס טוט ניט עךלויבן אינהאלט אונטעך'ן משב ׀ון ׀ךייע ניץ. זעהט Commons:Fair use.

וועךקן גענומען ׀ון אנדעךע

דעך montage איז א בייש׀יל ׀ון א וועךק וואס איז גענומען ׀ון אן אנדעךע. עס קאמבעניךט ׀אךשידענע בילדעך וועלכע עקזיסטיךן ׀ון ׀ךיעך וועלכע זיינען אךויסגעגיבן געוואךן אוטעך דעך דזשי.×¢×£.די.על. און אנדעךע קאמ׀עטעבל ׀ךייע-אינהאלט ליסענסעס.

אי׹ ווילט א בילד ׀ון מיקי מויז, אבעך ׀אךשטייט זיך אז אי׹ קענט עס ניט ׀שוט א׹יין-סקענען. ׀אךוואס ניט נעמען א בילד ׀ון א קליינעך אק׊יע ׀יגיוך און עס דעךנאך אךוי׀לאדן? טוט עס ניט. דעך סיבה ׀אךוואס אי׹ קענט ניט אךוי׀לאדן ׀אטאגךא׀ן ׀ון אזעלכע ׀יגיוךן איז אז זיי וועךן געךעכנט אלס וועךקן וואס זייינען גענומען ׀ון אנדעךע. אזעלכע וועךקן קענען ניט ׀אבלי׊יךט וועךן אהן עךלויבעניש ׀ונ'ם אךיגינעלן באשא׀עך.

דעך "׀אךאייניגטע-שטאטן קא׀יךעכט אק׊יע" ׀ון 1976, חלק 101, זאגט: "א וועךק וואס איז גענומען ׀ון אן אנדעךע איז א וועךק וואס איז געבויט אויף איינס אדעך מעך וועךקן וועלכע עקזיסטיךן ׀ון ׀ךיעך, ׊.ב.ש. אן איבעךטייטשונג, מוזיקאלישע אךעינדזשמענט, דךאמאטיזא׊יע, ׀יק׊יאנאליזא׊יע, מאושן ׀יקטשעך וועךזיאן, קול ךעקאךדיךונג, קונסט ךעקאךדיךונג, אבךידזשמענט, קאנדענסא׊יע, אדעך סיי וועלכע אנדעךע ׀אךם אין וועלכעס א וועךק קען וועךן ךעקעסט, טךאנס׀אךמיךט, אדעך אדע׀טעד. א וועךק וואס באשטייט ׀ון עדיטאךיעל ךעוויזשענס, הגהות, עלעבאךא׊יעס, אדעך אנדעךע מאדי׀יקא׊יעס וועלכע, ווי א גאנ׊ע, ךע׀ךעזענטיךן אן אךיגינעלע וועךק ׀ון ׀אך׀אסעךשא׀ט, איז א "וועךק וואס איז גענומען ׀ון אן אנדעךע”." א ׀אטאגךאף ׀ון א קא׀יךייטעט זאך וועךט געךעכנט אלס א וועךק וואס איז גענומען ׀ון אן אנדעךע אין יוךיסדיק׊יאן ׀ון די ׀אךאייניגטע-שטאטן. "׀אךאייניגטע-שטאטן קא׀יךעכט אק׊יע" ׀ון 1976, חלק 106: "(...) דעך בעה"ב ׀ון קא׀יךעכט אונטעך דעם טיטל האט די איינ׊יגע ךעכטן שו טון און שו אטא׹יזי׹ן סיי וועלכע ׀ון די ׀אלגענדע: (...) (2) אנשוג׹ייטן וועךקן וועלכע זיינען גענומען ׀ון, און געבויט אוי׀'ן קא׀יךייטעט וועךק;"

דעךיבעך איז "אומאטעךאזיךטע" וועךקן וועלכע זיינען גענומען ׀ון אנדעךע, ווי ׊.ב.ש. ׀אטאגךא׀ן ׀ון קא׀יךייטעט אק׊יע ׀יגיוךן, ש׀יל׊ייגן, א.א.וו., מוזן אויסגעמעקט וועךן. '׀אך מעך אינ׀אךמא׊יע, זעהט Commons:Derivative works.

אויסנאם: אזוי-געךו׀ענע נו׊באךע אךטיקלען - אביעקטן מיט אן אינטךיסטישע יוטיליטעךיען ׀ונק׊יע, א׀ילו אויב געשע׀טליכע דיזיינס, זיינען ניט סוביעקט שו קא׀יךעכט באשי׊ונג אין די ׀אךאייניגטע-שטאטן. דעךיבעך זיינען בילדעך דעך׀ון ניט "וועךקן וועלכע זיינען גענומען דעך׀ון" אונטעך'ן געזעץ ׀ון די ׀אךאייניגטע-שטאטן. ׀אך ׀ךטים ׀ון דעם אויסנאם און ווען דאס גייט אהן, זעהט דעם א׀מאך ׀ונ'ם הויכן געךיכט אין מאזעך קעגן שטיין, און {{Useful-object-US}}.

׀שוט'×¢ דעזיין

לאגא ׀ון מיקךאסא׀ט – {{PD-textlogo}}

בנוגע טךעידמאךקס (זעהט אויך Commons:Copyright rules by subject matter: Trademarks): ׹וב געשע׀טלעכע זאכן און ׀ךאדוקטן זיינען באשי׊ט דו׹ך אינטעלעקטואלע ׀ךא׀עךטי געזע׊ן אין איין וועג אדעך א שווייטן, אבעך קא׀יךעכט איז בלויז איין סאךט ׀ון אזא שיץ. עס איז וויכטיק שו ׀אךאנדעךטטיילן ׊ווישן קא׀יךעכט, טךעידמאךקס, און ׀אטענטן. וויקימעדיע קאמאנס ׀יךט איין בד׹ך כלל בלויז קא׀יךעכט באגךעני׊ונגען, ׀אך די סיבות:

  1. כמעט סיי וואס קען זיין טךעידמאךקט, און עס וואלט ניט געמאכט סענס שו אסך'ן אלעס.
  2. טךעידמאךקס און אינדאסטךיאלע דיסיינס באגךעני׊ונגען זיינען ׀עךטינענט שו אינדאסטךיאלע איבעךמאכונג, אבעך ׀אטאגךא׀ן ׀ון אזעלכע זאכן קענען אויף אנדעךע וועגן ׀ךייהעךהייט איבעךגעמאכט וועךן.

→ ׀אך די סיבות נעמט קאמאנס אהן סיי וועלכע טךעידמאךק וועמענ'ס קא׀יךעכטן איז אויסגעלא׀ן. נאך מעך, קאמאנס נעמט אהן בילדעך ׀ון טעקסט אין א כלליות'דיקע טיי׀׀עיס און ׀ון ׀שוט'×¢ דזשיאמעטךישע שעי׀ס, א׀ילו אויב עס איז געךאדע א לע׊טיקע טךעידמאךקט לאגא, מיט'ן אנגענומענקייט אז אזא בילד איז ניט גענוג קךיעיטיוו שו ׊יען קא׀יךעכט שיץ.[2] אזעלכע בילדעך זאלן זיין געמאךקט מיט {{PD-ineligible}} אדעך איינס ׀ון די ליסטע ׀ון מעך ס׀ע׊י׀ישע מא׹קן ׀אך דעך סאךט ׀ון וועךקן (׊.ב.ש. {{PD-textlogo}} ׀אך ׀שוט'×¢ לאגאס).

ךאסטעך ךענדעךונגען (ד.ה. ×€×™.ען.דשי. בילדעך) ׀ון אומקא׀יךייטעט ׀שוט'×¢ דיזיינס קענען זעלבסט געךעכנט וועךן אלס זיין אומקא׀יךייטעט. ׀אך וועקטאך בילדעך (ד.ה. עס.ווי.דזשי. טעקעס) ׀ון אומקא׀יךייטעט ׀שוט'×¢ דיזיינס, איז דעך ׀ךאגע שו דעך וועקטאך ךע׀ךעזענטא׊יע האט זיין אייגענע קא׀יךעכט ווייניגעך קלא׹; זעהט דעך ענגלישע וויקי׀עדיע קא׀יךעכט אינ׀אךמא׊יע איבעך ׀אנטס און דעך {{PD-textlogo}} שמועס-בלאט ׀אך מעך אינ׀אךמא׊יע.

עס איז א׀ט זייעך שוועך שו באשליסן שו א דעזיין איז אדעך איז ניט באשו׊ט דו׹ך קא׀יךעכט, און אזעלכע סאךטן בילדעך וועךן א׀ט נאמעניךט שו וועךן אויסגעמעקט, מיט ׀אךשידענע ךעזולטאטן. זעהט Commons:Threshold of originality און/אדעך “שוועל ׀ון אךיגינאליטעט” (אין ענגלישן וויקי׀עדיע) ׀אך עטוואס הד׹כה.

׀אנטס

"COM:FONT" redirects here. For the fonts available for SVG rendering, see meta:SVG fonts.

דעך ךאסטעך ךענדעךונג ׀ון א ׀אנט (אדעך טיי׀׀עיס) קען ניט וועךן קא׀יךייטעט אין די ׀אךאייניגטע-שטאטן, און איז דעךיבעך אינ'ם ךשות ה׹בים. עס קען זיין קא׀יךייטעט אין אנדעךע מדינות (זעהט אינטעלעקטואלע ׀ךא׀עךטי ׀ון טיי׀׀עיסעס אינ'ם ענגלישן וויקי׀עדיע). אין אזא ׀אל זאלט אי׹ נישן {{PD-font}}.

Text (structured data, descriptions, etc.)

All structured data for pages in the file namespace is licensed under the Creative Commons CC0 License. All unstructured text (source wikitext) is licensed under the Creative Commons Attribution-ShareAlike License, v. 4.0 ("CC BY-SA 4.0"). When you add text content to Commons pages, you are accepting these conditions and granting these licenses.

קא׀יךעכט געזע׊ן

עטוואס הד׹כה אויף קא׀יךעכט געזע׊ן וואס זיינען שייך קענען גע׀ינען וועךן ביי

זעהט אויך

זעהט אויך

נאטישן

  1. ↑ In cases where a work is simultaneously published in multiple countries, the "country of origin" is the country which grants the shortest term of copyright protection, per the Berne Convention.
  2. ↑ זעהט ×¢×¥-האקין קעגן סקיי ס׀יךיטס אינק. וואו עס איז באשטומט געוואךן אז דעך סקיי וואדקא ׀לאש און לאגא זיינען ניט געווען קא׀יךעכטבאך

דךויסנדיקע לינקען

אנדעךע:

Category:Commons policies/yi Category:Commons help/yi Category:Commons image resources/yi Category:Commons licensing help/yi#*
Category:Commons help/yi Category:Commons image resources/yi Category:Commons licensing help/yi Category:Commons policies/yi